הייִדיש שפה רשמית במדינת ישראל

במסגרת לימודי היידיש בבית שלום עליכם כתבתי חיבור כיצד בא לידי ביטוי היותה של היידיש שפה רשמית ומוּכרת במדינת ישראל. אני מציגה את החיבור לעיונם של הקוראים דוברי היידיש.

ייִדיש אין ישֹראל

אין ישֹראל רעדן ייִדיש בערך 200 טויזנט מענטשן. אינעם איצטיקן אַרטיקל וועל איך באַוויַיזן אַז ייִדיש איז אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין ישׂראל. זיַיט 1987 איז דאָ אין ישֹראל אַ טעאַטער, וואָס הייסט ייִדישפּיל, וואָס שטעלט טעאַטערשפּילן אויף ייִדיש. אויפֿן ישֹראלדיקן ראַדיָא איז דאָ אַ פּראָגראַם אויף ייִדיש, אין "קול ישראל" נעץ א'. אַחוץ דעם גייען אין ישֹראל אַרויס עטלעכע זשורנאַלן און ציַיטונגען אין ייִדיש, למשל לעבנס פֿראגן און ניַיע וועגן. אינעם וועבזיַיטל פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים קען מען געפֿינען 34 ייִדישע ציַיטונגען פֿון דער גאַנצע וועלט. דערצו נאָך, די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1996 לויטן באַשלוס פֿון דער כּנסת, וועלכע האָט אָנגענומען דעם געזעץ וועגן דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

אין אַלע ישֹראלדיקע אוניווערסיטעטן לערנט מען ייִדיש. עס זיַינען אויך דָא  עפֿנטלעכע ייִדיש-קורסן, למשל אינעם שלום-עליכם הויז און אינעם לייוויק-הויז. אין ישֹראל לערנען זיך ייִדיש קינדער און יוגנט אין דער שול פּלך אין ירושלים, אין די שולן אָרט אין חולון און אין ראשון לציון און אין צענדליקע חרדישע לערן-אַנשטאַלטן. די תּלמידים קענען מאַכן אַ מאַטורע אין ייִדיש.  אינעם יאָר 2008, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פון ישֹראל, האָט דער בילדונגס-מיניסטעריום אַרויסגעגעבן אַן איַינהיַיטלעכע מלוכישע לערן-פּראָגראַם פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור. וועגן דעם פּראָגראַם קען מען לייענען אויפֿן אַדרעס:

http://meyda.education.gov.il/files/Tochniyot_Limudim/Yidish/001-018.pdf

 

 

Post a comment or leave a trackback: Trackback URL.

תגובות

  • ada herzberg  On 24 במאי 2017 at 7:47 AM

    תודה לך , הדר !

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s

%d בלוגרים אהבו את זה: