הרצאה כלשונה כמו שהועברה ביום הזיכרון לשואה ולגבורה תשע"ז בשיעור יידיש למתקדמים בבית שלום עליכם:
לענין איז געווען אַ שטעטעלע אין וויַיסרוסלאַנד אין דיסטריקט מאָזיר. עס איז געווען לעבן מינסק. דאָרט האָבן געוווינט אין ניַינצן ניַין און דריַיסיק אַרום טויזנט ייִדן. אין ניַינצן איין און פֿערציק האָט די וועהרמאַכט איַינגענומען לענין. זעכציק מענער פֿון לענין זיַינען איבערגעפֿירט געוואָרן אין אַרבעט-לאַגער אין האַנצעביץ, אַן אַנדער שטעטל. די רעשטע זיַינען געווען אין געטאָ. דעם פֿערצן אויגוסט ניַינצן צוויי און פֿערציק האָבן די נאַציס אומגעברענגט די ייִדן וואָס זיַינען געווען אין לענין אַ חוץ אַכט און צוואַנציק ייִדן. אַז די מענער אין האַנצעביץ האָבן געהערט וועגן דער ליקווידאַציע פֿון לענינער געטאָ, זיַינען זיי אַנטלאָפֿן. איינער פֿון זיי איז געווען יהודה ציקליק, אַ פּאַרטיזאַנער. ער איז צוריקגעקומען אין לענין און האָט באַפֿריַיט די אַכט און צוואַנציק ייִדן וואָס זיַינען געבליבן אין לענין. ער האָט דערציילט זיַין געשיכטע. זי איז אַרויסגעגאַנגען אין יזכור-בוך פֿון לענין. אָט איז אַ פּאַראַגראַף פֿון זיַין געשיכטע:
… אין אונדזער הויז האָב איך קיינעם ניט געטראָפֿן, אָבער איך האָב באַמערקט די גלח'טע, וועלכע האָט געוווינט נעבן אונדז. זי האָט מיר דערציילט אַז עטלעכע-און-צוואַנציק ייִדן געפֿונען זיך אין חיניטש'ס הויז. בין איך באַלד דאָרט אַוועק און אַלע האָבן מיך מיט פֿרייד אַרומגערינגלט.
איך האָב געטראָפֿן יהודה שוסטער מיט זיַין משפּחה און נאשקע'ס טאָכטער מיט צוויי קליינע קינדערלעך, אַ צווילינג, אויף דער האַנט. זי האָט געוויינט ניט וויסנדיק וואָס צו טוען מיט די קינדער. איך האָב איר אפּגעגעבן מיַין לעצט שטיקל ברויט און זיי אַלעמען אָנגעוויזן די ריכטונג וווּ אַהין צו גיין. דערנאָך האָט זיך באַוויזן משה ראבינאָוויטש מיט זיַין משפּחה און האָט מיך אָנגעהויבן קושן, פֿרעגנדיק מיך וואָס ער זאָל טאָן. איך האָב אָנגעוויזן אַן אָרט וווּ מיר וועלן זיך שפּעטער קענען טרעפֿן. ער האָט זיך באַלד געלאָזט אין וועג. איך האָב אַלעמען געהאָלפֿן אַדורכגיין צווישן די קעמפֿער. דערנאָך האָבן מיר באַקומען אַ באַפֿעל צו פֿאַרברענען אַלע גרויסע דירות. מיר האָבן אונטערגעצונדן הלל עפשטיינס הויז, וואָס האָט געדינט אַלס מאַגאַזין פֿונם אָפּגעראַבעוועטן ייִדישן פֿאַרמעגן אין לענין. גייענדיק האָב איך געטראָפֿן דעם ברודער פֿון הערמאַן הענקעס, אַ גרויסער מערדער. איך האָב אין אים נקמה גענומען. צום סוף בין איך מיט זאב'ן אַוועק צו די הויכע גריבער, וווּ עס רוען אונדזערע אויסגעקוילעטע טיַיערסטע.
תגובות
זייער א שיינע ארטיקל, געשריבן שיין און רייך.
'אין ניַינצן ניַין און דריַיסיק' איך וואלט צוגעלייגט די ווארט "יאר" צווישן דעם ווארט 'אין' און דעם ווארט 'נייצן'.