Tag Archives: מרדכי גבירטיג (געבירטיג)

תולדות חייו של מרדכי גבירטיג

להלן תוכן הרצאה ביידיש שהכנתי על המשורר מרדכי גבירטיג (ביידיש געבירטיג):

מרדכי געבירטיג איז געווען אַ פֿאָלקס-דיכטער. זיַין אמתער פֿאַמיליע-נאָמען איז בערטיג. מרדכי געבירטיג איז געבוירן געוואָרן אין יאָר אַַכצן זיבן און זיבעציק אין קראָקע ביַי אָרעמע פשוטע קליינהענדלער. ביז צען יאָר האָט ער געלערנט אין חדר, דערנאָך איז ער געוואָרן אַ טישלער-אַרבעטער. ער איז טאַקע געווען באַשעפֿטיקט אין קראָקע אַלס טישלער. אונטער דער השפּעה פֿון אברהם רייזענס ליטעראַרישער טעטיקייט אין קראָקע האָט ער אָנגעהויבן אין ניַינצן און זעקס צו דרוקן ייִדישע לידער און אויך טעאַטער-רעצענזיעס אין סאָציאַל-דעמאָקראַט. אַרום דער ציַיט פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט ער געדינט פֿינף יאָר אין דער עסטריַיך-אונגאַרישער אַרמיי. להמשיך לקרוא